אוצר נחמני (יב)

אפעם אחרת בפורים נגש אל מורנו בעינים זולגות דמעות ומתחנן לפניו: "אוי רבי אברהם! אוי רבי אברהם! היינט איז פורים "נכנס יין יצא סוד" זייט אונז מגלה דעם סוד וויא אזוי ווערט מען אנהערליכער איד, וויא אזוי דינט מען דעם אויבערשטין באמת? אוי רבי אברהם! אוי רבי אברהם! וויא אזוי באקומט מען א ריינעם מוח, א ריינע הארץ, צום אייבערשטין? אוי רבי אברהם! וככה חזר הרבה פעמים עד שהדמעות חנקו את גרונו ולא יכל לדבר עוד, והשיב לו מורנו במתק שפתיו ובהרמת קולו קצת: יונה! האט דעם סוד האט אונז שוין דער הייליגער רבי פון לאנג מגלה גיווען, דורך זיינע הייליגע ספרים און טייערע עצות וואס איז פול מיט התחזקות און התעוררות, בפרט דער ליקוטי הלכות וואס איז פול מיט חיות און געפילן לעבודת ה',און זיך אויסגיסן דאס הארץ מיטן ליקוטי תפילות וואס גיט א וועג וויא אזוי צוא האבן התבודדות פאר השי"ת.

בהיינטיגן טאג איז "כל הפושט יד נותנים לו", דער רבי זאגט אז "יד" איז תפילה, שפאר זיך צו צום אויבערשטין און רייד זיך אויס דאס הארץ פאר איהם האט דיא אלע זאכן וואס דו האסט מיר גיפרעגט, ער איז דאך א שומע תפילה ער וועט דיר ענטפערן און דיר געבן א משלוח מנות מיט מתנות לאביונים אזוי שטייט "כי שומע אל אביונים ה'" און דאס מעגסטו א גאנץ יאר בעטן דעם אויבערשטין אזוי האט אונז דער הייליגער רבי גילערנט און דא ליגט דער סוד פון אידישקייט, און אויף דעם האט דער רבי גיזאגט "גאר מיין זאך איז תפילה", אויך האט דער רבי גיזאגט "אפילו אז מ'פאלט אריין אין א בלאטע שרייט מען און מען שרייט און מ'בעט, דער עיקר איז מבטן שאול שוועתי" כהנה וכהנה דיבורים נפלאים ערבים ומתוקים דיבר מורנו אל רבי יונה, והוא עומד ובוכה וצוחק בוכה וצוחק ומתחנן אל מורינו שאעפי"כ יגלה לו את הסוד איך יזכה להיות יהודי כשר כי גם רבינו אמר בעצמו "איך זוכין להיות יהודי?" ושוב ענה לו מורינו:

גהיינט האבן מיר גיליינט אין דער מגילה "ויזעק זעקה גדולה ומרה" מרדכי הצדיק האט געשריגן צום אויבערשטין ביז עס איז גיווארן א פורים פאר כלל ישראל ליהודים היתה אורה ושמחה וכו' עס איז גיווארן א נייער קימו וקבלו, רבי נתן שרייבט אין ליקוטי הלכות (ברכת הריח ה"ד אות כ"ה) אז דאס וואס דער רבי האט גיזאגט "ועכשיו – און היינט" מיינט דאס פורים, אזוי האט ער פארשטאנען פון רעבן אז היינט איז דיא התחלה פון פורים, האסטו יונה א גאלדערנע גילעגנהייט פון היינט האן הייבן שרייען אלע טאג צוא השי"ת "רבונו של עולם! האב שוין רחמנות אויף מיר איך וויל ווערן פון היינט האן אנערליכער איד אזוי וויא דוא ווילסט, דוא האסט אונז אליין גילערנט אז מיר זאלן דיר בעטן תן לנו אתה יראת שמים, בעט איך דיר ברחמיך הרבים תן לי חיים שיש בהם יראת שמים ויראת חטא וכו'" און אזוי זאלסטו זיך איינעַקשנ'ן בעטן און שרייען אלע טאג ביז דער רבש"ע וועט רחמנות האבן און דיר מזכה זיין מיט א אמת'ן משלוח מנות צו ווערן א איש כשר באמת, אז מ'איז זוכה באקומט מען משלוח מנות באלד אין פורים, און אז נישט באקומט מען שפעטער אבער בתנאי אז מען בעט און מ'שרייט. [האמרה של הקאצקער הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים]. מורנו ז"ל האריך עם ר' יונה איזה שעה ארוכה ובודאי מי שעמד סביבם והאזין להם היה לו הרהורי תשובה אמיתיים.

מקור הטקסט: אוסף "ספריית ברסלב" הדיגיטלי (ספר אוצר נחמני).