אוצר נחמני (קסז)

א(קסח)

באחד מאנ"ש היה אומר בבדיחותא, אפילו בעניותי אני זוכה לאכול ג' מיני דגים בשבת קודש, דג ממולא – געפילטע פיש, דג מעושן – גירייכערטע פיש, דג קצוץ – גיהאקטע פיש. ושאל אותו מאן דהו איך יכול הוא להרשות לעצמו הרחבה כזו לאכול כמה מיני דגים כשהוא עני ואביון, השיב לו הלה, איהר האט מיר נישט פארשטאנען, דער אמתין איז אז איך עס נאר איין סארט פיש, אבער נישט קיין פרישע, איז פרייטיג צו נאכט עס איך שוין "געפילטע" פיש – עס פילט זיך שוין אביסל, שבת אין דערפריא עס איך שוין גירייכערטע פיש – עס איז שוין גירייכערט, עס האט שוין א ריח, אבער שלש סעודות עס איך שוין גיהאקטע פיש – עס איז שוין גיהאקט אויף צרות, סאיז שוין קאליקע פיש.

ג(קסט)

דרבי נפתלי היה נוהג לספר הארת השבת הראשונה שהיה לו בתחילת התקרבותו לרבינו ז"ל, בשעת איך האב גיערט פרייטיג צו נאכט דעם ערשטן מאל פין רעבן זינגען דעם "אזמר בשבחין" בין איך אריין אין א מוראדיגע התלהבות מיט אזא דביקות אז איך האב געמיזט פארבינדן דעם קאפ מיט א פאטשיילע, איך האב מורא געהאט אז דער קאפ זאל מיר נישט פלאצן פין דעם ברען מיטן פלאם וואס האט מיר אינגאנצן ארום גענומען, איך בין ממש ארויס פון דיא כלים (שמעתי מרלוי"צ ומרא"ח רוזין וכמדומה גם מר' איטשע מאיר קורמן)

מקור הטקסט: אוסף "ספריית ברסלב" הדיגיטלי (ספר אוצר נחמני).