אוצר נחמני (קח)

אשמעתי מהחסיד מאנ"ש ר' שמואל שפירא זצ"ל, הנה ידוע שביאת מורינו הרב ר' אברהם שטרנהרץ זצ"ל לארץ ישראל היה בראש חודש אדר תרצ"ו, והיה שמחה גדולה אצל כל אנ"ש, כי כבר שמעו את שמעו מקודם וידעו כי גברא רבא הוא רב ומו"צ וחזן וסופר וכל עניני רבינו ז"ל נחתכין על פיו, ובהגיע אז ז' אדר הילולא דמשה רבינו רעיא מהימנא ונהגו מאז ומקדם לנסוע אל כפר מירון מקום קה"ק ציון התנא האלקי הרשב"י זי"ע, ובכן התכונן מורינו לערוך הנסיעה לעלות לציון הק' וכו'. ונתעוררו אנ"ש לנסוע אתו וגם לשבות שם, ואפילו אלו שלא היו רגילים לנסוע (כגון החסיד ר' שמחה בונים קלושינר ז"ל מפאביניץ = הועבר על זה קו) ועוד כמה חסידים גם הם נסעו לכבודו. וכך אמר לי ר' שמואל הנ"ל:

ב"עס איז גיוועהן אליכטיגער שבת, ר' אברהם האט גידאוונט זייער זיס און גישמאק מיט א הויכן קול כמעט אלע תפילות פין שבת אין דער מערה בייא דעם ציון הק', שלש סעודות האט מען געפראוועט אויבן אין מושב זקנים (מקום הישיבה למעלה כהיום) אין ר' אברהם האט גיזאגט א תורה אויף אויסווייניג מיט אזא גישמאקייט אז סאיז גיוועהן א מחיה צו הערן, דער ערשטן מאל אין מיין לעבן וואס איך הער אזא לערנען מיט אזיסקייט, זיין תורה זאגן איז גיוועהן אויסער גיוויינדלאך, דער עולם איז גיוועהן זייער נתפעל פין זיין דאווענען אין לערנען, ער האט אריין גיבראכט א נייעם חיות מיט א התעוררות אין אונזערע לייט, זיין שמייכלדיגער פנים ווען ער האט גירעדט מיט אלע אונזערע לייט אין זיינע זיסע דיבורים האבן גימאכט א שטארקן רושם בייא אלעמען. דער עולם פלעגט אשטיק צייט רעדן פין דעם שבת, בקיצור דאס איז גיווען אליכטיגער שבת מען קען דאס נישט ארויסגעבן דיא הרגשה פין דעם עולם, אבער סאיז גיווען אליכטיגער שבת" כך סיים ר' שמואל תיאור השבת הזה וחזר כמה פעמים על משפט הזה.

מקור הטקסט: אוסף "ספריית ברסלב" הדיגיטלי (ספר אוצר נחמני).