נעימות נצח שמחה בארנשטיץ – חבר ;/לועד מפיצי ספרי מוהר"ף' בפולין

אמ.

ב"ועתה ישראל מה ה' אלקיך שואל מעמך", אל תקרי "מה" אלא "מאה". "וכל בניך למודי ה' ורב שלום בניך", אל תקרי "בניך" אלא "בוניך",

גבעזהי"ת, לודז/ שבט תרצ"ב.

דאל אנ"ש החפצים ומשתוקקים לעשות רצון צדיק בכל מקומות מושבותיהם דעי'י

הליבע ברידער! נאכדעם קול קורא פון חודש טבת אין וועלכען איך האב מודיע געוועזען דעם שרעקליכען און טרויעריגען מצב פון דער הדפסה, קום איך יעצט אייך אבגעבען אבעריכט פון דעם וואם איז ב"ה אין דעם חודש אופגעטוען געווארען.

ובמשך דעם חודש האב איך אבגעהאלטען עטליכע אספות מיט אנ"ש פון לאדז. אויך בין איך ספעציעל געפאהרען על ש"ק פ' ויהי נאך ווארשא. נאכ'ן ארומרעדען דעם מצב ההדפסה, אין די סיבות וועלכע האבען דערפירט צי דעם מצב, זענען מיר געקומען צום בעשלוס, אז דער איינציגער וועג צו ראטעווען די הדפסה איז:

זצו שאפען א פעסטען יסוד פאר דער הדפסה פון 100 זל. א וואך. אין נאר דאן ווען סוועט זיין א יסוד פון גיזיכערטע 100 זל. אוואך וועט בעזהשי"ת כסדר געדרוקט ווערען ספרי רבינו ז"ל, כרצון רבינו שספריו יודפסו ויחזרו ויודפסו. אויב איינער וועט בויען א הויז אהן א יסוד דאן ווי שטארק אין שיין דאם הויז זאל נישט זיין, וועט דער קלענסטער רוח מצויה עס איינווארפען, אזוי אויך כל זמן די הדפסה האט קיין פעסטען יסוד נישט זענען אלע בנינים בבהי' מגדל הפורח באויר.

חדעריבער האבען מיר בעשלאסען צו שאפען "מאה בונים,/ ד"ה 100 מענטשען וואס זאלען צאהלען רעגולער אין באחריות 1 זל. יעדע וראך, אין דערמיט א יסוד לייגען צום רבינס הדפסה, א יסוד וועלכער זאל זיכערן די עקזיסטענץ אין נארמאלע ענטוויקלונג פון דער הדפסה.

טמיר ווענדען זיך דעריבער אל אנ"ש, ובפרט לאנ"ש פון דער פראווינץ וועלכע זענען נישט בעלעסטיגט מיט קיין שום צדקות, על בנין רבינו ז"ל אין מיר רופען.

יא יסוד צום רבינס הדפסה לאמיר לייגען! מאה בונים צום רבינם בנין לאמיר שאפען! זייט אייך מתנדב צי זיין פון די מאה בונים!

יאב"ה "35 בונים,, האבען מיר שוין, וועלכע זייערע נעמען ברענגען מיר אין דער ווייטערדיגער רשימה, אין מיר בעטען, די וואס ווילען זוכה זיין גערעכענט צו ווערען פון די "מאה בונים,, זאלען תיכף! אריינשיקען זייערע נעמען, אין אלע חודש וועט "אפגעדרוקט ווערען א רשימה פון די ציגעקומנע "בונים,' אין לאמיר האפען אז שוין בקרב וועט בעז חש י', ת נשלם ווערען דער סכום פון "מאה בונים".

יבדער שכר פון די "מאה בונים" איז ממש אין לשער, אזוי גוט ווי עשרה ראשונים שבאו לבית הכנסת נעמען שכר כנגד כולם. אזוי אויך די "מאה בונים" וואם וועלען לייגען דעם יסוד לבנין רבנו ז"ל וועלען נעמען שכר אויןש אלעם וואס וועט ב"ה שפעטער געשאפען אין געטוען ווערען.

יגאויך בעולם הבא ווען מוועט דארפען די אמתע טובה הנצהיית פון רבין, וועט דער זכות פון די מאה בונים, וראם האבען בחייהם געטראגען אויןש זיו דעם עול פון רבינס הדפסה זיין זעהר גרוים, דען אבוואהל אלע צדקות לאנ"ש זענען בחי' צדקה להצדיק אבער וויסען דארף מען אז דער עיקר צדקה לרבינו איז צדקה להדפסה.

ידווייל בחיי רבעו ז"ל מיט'ן כה הצדקה שנתנו לרבינו ז"ל האט דער רבי געזאגט תורה, וגדולים צדיקים במיתתם כו' און רבינו וויל היינט זאגען תורה פיר די גאנצע וועלט דארף מען וויסען "אז מיט די זלאטע וואם מען געט על הדפסת ספרי רבינו ז"ל טוט מען א גרוים נחת רוח להצדיק און מען העלפט צי להתגלות דעתו הק' בעולם בדברי רבינו ז"ל "איהר אהן מיר קענט נישט זיין אבער איך אהן אייך קעז אויר נישט זיין'/ "אין איחר ברענגט ציגעל און וואפנא און איך וועל דערפון טייערע בנינים בויעך.

טודעריבער, ליבע הארציגע ברידער! איחר וועלכע זענט איבערגעגעבען צום רבין בלב ונפש, אין אייער גאנץ לעבען בענקט איחר למלא רצון צדיק! איחר וואס זענט גרייט זיך מוסר נפש צו זיין בשביל קיום השארת והפצת דעת רבינו ז"ל בעולם! בעווייזט אויך יעצט אייער אהבה צום צדיק! מיט אמת! מיט אהבת חברים! לאמיר זיך נעמען צו בויען דעם רבינ'ם בנין י נישט רוהען זאלען מיר! איינער דעם צווייטען זאל וועקען אין רופען! ביז מיר וועלען "100 בונים" וואם זאלען לייגען א יסוד חזק ונאמן צום רבינס בנין, שאפען! און דאן וועט זיין: "אשרנו בעולם הזה וטוב לנו לעולם הבא".

טזובזכות הצדקה על הדפסת ספרי רבנו ז"ל שהם אתחלתא דגאולה, נזכה לגאולה שלימה ולביאת משיח צדקנו אמן. ידידכם וחברכם המשתדל בהרמת ■קרן ההדפסה,

מקור הטקסט: אוסף "ספריית ברסלב" הדיגיטלי (נעימות נצח).